דער באַטײַט פֿון דער הײַנטיקער סוכּה אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ

Nov 8, 2013

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Gabriella Berlinger Gabrielle Berlinger

In Yiddish literature the building of the sukkah was often portrayed with humor - suddenly every Jew becomes an architect! But Dr. Gabrielle A. Berlinger's research on Sukkot in contemporary southern Tel-Aviv shows how the sukkot structures in a struggling community display individual creativity and a variety of expressions of the ritual; all going on as political and social issues of the day intersect with vernacular religion.

דער ענטפֿער אויף דעם העברעיִשן קינדערליד „למה סוכּה זו?" איז מער קאָמפּליצירט ווי מען וואָלט זיך פֿאָרגעשטעלט, לויט דער פֿאָרשונג פֿון ד״ר גבריאלה בערלינגער, אַ מומחה אין פֿאָלקלאָר און פֿאָלק־אַרכיטעקטור, און אַן „אַנדרו־מעלאָן נאָך־דאָקטאָראַט־חבֿר" בײַם „באַרד־גראַדויִר־צענטער". זי האָט עטלעכע יאָר פֿאַרבראַכט אין ישׂראל און עטנאָגראַפֿיש געקוקט אויף די סוכּות אין לאַנד: ווי אַזוי מען בויט זיי, ווער בויט זיי, און וואָס פֿאַר אַ ראָלע זיי שפּילן אין דער משפּחה און קהילה.

berlinger2 שאול מויאַל מיט זײַן טאָכטער סיוון

אין 2010 ווען זי האָט פּונקט אָנגעהויבן איר פֿאָרשונג, זענען פֿאָרגעקומען די גאַסן־דעמאָנסטראַציעס אין תּל־אָבֿיבֿ קעגן די אַפֿריקאַנער אימיגראַנטן אין לאַנד, און שפּעטער זענען פֿאָרגעקומען נײַע דעמאָנסטראַציעס איבערן לאַנד צוליב דעם דוחק אין דירות. אין אַנדערע טיילן פֿון דער שטאָט זענען די פּראָטעסט־געצעלטן אָראָפּגענומען געוואָרן, אָבער אין התּקווה־פּאַרק אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ האָט מען זיי געלאָזט שטיין, ווײַל אָרעמע אײַנוווינער האָבן דאָרטן געוווינט מיט קינדער. ווען דער יום־טובֿ סוכּות איז אָנגעקומען האָט מען געבויט די סוכּות לעבן די געצעלטן. אַזוי אַרום, אין דער „התּקווה"־געגנט, וווּ עס וווינען ייִדן פֿונעם מיטל־מיזרח, צפֿון־אַפֿריקע און צענטראַל־אַזיע איז די סוכּה אויך געוואָרן אַ סימבאָל מיט אַ הײַנטצײַטיקן פּאָליטישן כאַראַקטער.

בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָר־געזעלשאַפֿט" אין פּראָווידענץ, אָקטאָבער 2013, האָט ד״ר בערלינגער געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן איין סוכּה אין יפֿה, וואָס די משפּחה מויאַל פֿון מאַראָקאָ און איראַק, האָט אויפֿגעשטעלט. זי האָט די משפּחה און איר סוכּה אַנאַליזירט — סײַ דער סוכּהס סטרוקטור, סײַ ווי די משפּחה האָט אויסגעדריקט איר פֿאָלק־רעליגיע בײַם אָפּהיטן דעם יום־טובֿ סוכּות.

דער אַרכיטעקט און באַצירער פֿון דער סוכּה, און דער פּאַטריאַרך פֿון דער משפּחה, שאול מויאַל, האָט נישט בלויז אויפֿגעהאָנגען הונדערטער לעמפּלעך פֿון פֿאַרשיידענע קאָלירן, נאָר אויך אַליין געשאַפֿן באַפּוצונגען — פּאַלמען־בייימער, זונען, לבֿנות און שטערן. עס הענגען קאַנדעלאַבערס מיט הונדערטער בריליאַנטן וואָס ער האָט צוגעקלעפּט. ער האָט אויך אַרײַנגעגעבן אַ טעלעפֿאָן־פֿאַרבינדונג אויף דער וואַנט פֿון דער סוכּה און צען אויסשליסער לעבן טעלעפֿאָן קאָנטראָלירן די הונדערטער לעמפּ און לעמפּלעך.

Berlinger3 אַ סוכּה פֿון אַ בוכאַרישער משפּחה אין דער „התּקווה"־געגנט

במשך פֿון דרײַסיק יאָר האָט שאול מויאַל אַנטוויקלט זײַן אידעאַלע סוכּה. ווי אַ קינד אין מאַראָקאָ האָט ער מקנא געווען די סוכּות פֿון די רײַכערע ייִדן, וואָס זייערע סוכּות זענען נישט אײַנגעפֿאַלן בײַם בלאָזן פֿון אַ שטאַרקן ווינט. ער האָט געטון אַ נדר, אַז ער וועט אויך אַ מאָל בויען אַזאַ שטאַרקערע סוכּה. פֿון די אַראַבישע שכנים אין מאַראַקעש האָט ער געירשענט אַ ליבשאַפֿט צו מאָזאַיִק און קונסט. אין מאַראָקאָ האָט זײַן משפּחה געדאַרפֿט יעדן חודש באַצאָלן דעם מוסולמענישן באַלעבאָס פֿאַר דעם איינעם לעמפּל אין דער דירה, און צען אַ זייגער אין אָוונט האָט מען דאָס געדאַרפֿט אויסלעשן. הײַנט האָט ער הונדערטער לײַכטער וואָס ברענען אַ גאַנצע נאַכט זײַן סוכּה.

שאולס טאָכטער סיוון העלפֿט איר טאַטן בײַם בויען און באַפּוצן די סוכּה. בערלינגער דערציילט, אַז סיוון איז זייער גערירט געווען פֿון איר טאַטע־מאַמעס שווער לעבן, סײַ אין דער אַלטער היים, סײַ אין דער נײַער מדינה. פֿאַר איר באַטײַט די סוכּה — האָפֿענונג. „די סוכּה שטייט נישט לאַנג, אָבער מע דאַרף נישט האָבן קיין יסורים. איז וואָס, אַז זי איז צעשטערט געוואָרן? בויט מען נאָך אַ סוכּה אויף ס'נײַ".