די לידער פֿונעם בדחן משהלע שטאַם געפֿונען

Oct 25, 2013

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Itzik Gottesman reports on how the music and texts of the songs of a 19th century badkhn, wedding entertainer, have been "reunited" in the YIVO archives, sound recording included!

eltern als gertner-2

דעם 22סטן יולי 2011 איז געשטאָרבן סילוויאַ האָפֿמאַן, אויך באַקאַנט ווי סילוויאַ יונין, אַ שרײַבערין און קינסטלערין, ווי אויך די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, פּאָעט און פֿאָלקלאָריסט וואָלף יונין (1908 — 1984). צווישן אירע און איר מאַנס פּאַפּירן וואָס זי האָט איבערגעלאָזט דעם ייִוואָ־אַרכיוו, האָט זיך געפֿונען אַ ביכעלע, אַ זאַמלונג לידער, געשריבן פֿונעם בדחן משהלע שטאַם, בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט פֿונעם גאַליצישן שטעטל גלינע. דער קלעזמער־פֿידלער בעריש קאַץ, שטאַמס אַ פּלימעניק, האָט דאָס ביכעלע איבערגעגעבן וואָלף יונין אין די 1940ער יאָרן.

משהלע שטאַם איז געווען אַ גוט־באַקאַנטער בדחן און איז אויפֿגעטראָטן אויף חתונות נישט נאָר אין גלינע, נאָר אויך אין די אַרומיקע שטעטלעך פֿון צענטראַל-גאַליציע. דאָס ביכעלע איז באמת אַן אוצר פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסליטעראַטור, אַ שאָד נאָר וואָס מע קען נישט די מעלאָדיעס צו די לידער.

אָבער וואַרט! שטעלט זיך אַרויס, אַז אין אַן אַנדער טייל פֿונעם ייִוואָ־אַרכיוו, צווישן רות רובינס רעקאָרדירונגען אינעם קלאַנג־אַרכיוו, האָט בעריש קאַץ געזונגען און געשפּילט אויף זײַן פֿידל די מעלאָדיעס צו עטלעכע פֿון די לידער, צווישן זיי — „דאָס תּורהלע", „לוקסוס", „דרשה־געשאַנק" און „די עלטערן אַלס גערטנער". הייסט עס, אַז מע קען יאָ איצט רעקאָנסטרויִרן און ווײַטער זינגען עטלעכע לידער פֿון משהלע שטאַם.

רות רובין שרײַבט אין איר זאַמלונג, אַגבֿ צווישן די וויכטיקסטע פֿון ייִדישע לידער אויף דער וועלט, אַז וואָלף יונין האָט געבראַכט בעריש קאַץ צו איר אין 1947, אָבער יונין האָט זי נישט געלאָזט פֿאַרשרײַבן די ווערטער צו די לידער פֿונעם ביכל. רובין שרײַבט ווײַטער, אַז „מיסטער קאַץ האָט צוגעגעבן באַמערקונגען צו די לידער, אָבער זיי זעלטן געזונגען; ער האָט ליבערשט געוואָלט שפּילן די מעלאָדיעס אויף זײַן פֿידל". אָבער צום ליד „די עלטערן אַלס גערטנער" האָט בעריש קאַץ יאָ געזונגען עטלעכע סטראָפֿעס און מיר טשעפּען צו אַן MP3 פֿונעם ליד פֿון רובינס אַרכיוו, און אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער זײַט אין משהלע שטאַמס ביכל מיט די ווערטער צום ליד.

Click here to listen

With this article, we are launching Yiddish content on the new online Yedies. We look forward to bringing you more Yiddish features on a variety of topics in the future.