די פּאַריזער נעמי ווײַספֿעלד, אַ ייִדיש־„בלוס"־זינגערין

Nov 18, 2013

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Parisian Yiddish singer Noemi Waysfeld visited New York and discussed her multilingual musical project on the subject of exile.

נאָך דעם ווי זי און איר מוזיקאַלישע גרופּע „בליק" זענען אויפֿגעטראָטן בײַ אַן אויסשטעלונג פֿונעם קינסטלער באָריס אַראָנסאָן אין פּאַריז, האָט אַראָנסאָנס זון, מאַרק, זיך פֿאַרליבט אין זייער פֿאָרשטעלונג און זיי פֿאַרבעטן קיין אַמעריקע צו שפּילן אויף זײַן זונס בר־מיצווה. דאָס האָט אונדז געגעבן די מעגלעכקייט זיך צו באַקענען און אַרומצורעדן נעמי ווײַספֿעלדס איצטיקע פּראָיעקטן.

Noemi Waysfeld

אַגבֿ, זאָל דערמאָנט ווערן אַ אינטערעסאַנטער פֿאַקט וועגן באָריס אַראָנסאָן (1900 — 1980) וואָס איז נישט זייער באַקאַנט. צווישן זײַנע ערשטע אַרבעטן נאָך דעם ווי ער איז אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק אין 1922, איז ער געווען אַ קונסטלערער אין „קעמפּ בויבעריק" אין רײַנבעק, ניו־יאָרק; אַ ייִדישע קינדער־קאָלאָניע אָנגעפֿירט פֿונעם פּעדאַגאָג לייבוש לעהרער (לעהרערס פּאַפּירן און בויבעריקס זאַמלונג געפֿינען זיך ביידע אינעם ייִוואָ־אַרכיוו). צום סוף פֿון יעדן זומער האָט מען פֿאַרשריבן די „בעסטע" קעמפּער אינעם ריזיקן „גאָלדענעם בוך" און אַראָנסאָן האָט פּרעכטיק אילוסטרירט די ערשטע זומערן פֿונעם „גאָלדענעם בוך".

נעמי ווײַספֿעלד איז אויפֿגעוואַקסן אין פּאַריז, וווּ זי וווינט עד־היום.  זי האָט שטודירט קלאַסישע מוזיק (טשעלאָ) און טעאַטער, און זי איז זיך מודה, אַז איר צוגאַנג צום ייִדישן ליד און דער קלעזמער־מוזיק קומט פֿון דער קלאַסישער וועלט. זי האָט זיך אויסגעלערנט רוסיש און ייִדיש, און מאַמע־לשון שטודירט זי ווײַטער מיט פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער". דאָרטן האָט זי עטלעכע יאָר אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן טעאַטער־וואַרשטאַט פֿאַרן עלטערן דור, און אָנהייבנדיק דעם יאַנואַר 2014, וועט ווײַספֿעלד אָנפֿירן מיט אַ מוזיקאַלישן ייִדישן טעאַטער־וואַרשטאַט געצילט אויף סטודענטן און דעם ייִנגערן דור.

די טעג פֿאַרנעמט זיך ווײַספֿעלד מיט אַ גרויסן פּראָיעקט מיט איר גרופּע „בליק" — דאָס רעקאָרדירן דרײַ קאָמפּאַקטלעך לידער וועגן פֿאַרשיקונג און גלות אויף ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן. אין 2012 האָט זי אַרויסגעגעבן אַ לוקסוס־רעקאָרדירונג — „קאַלימאַ" — וועלכע שטעלט פֿאָר לידער אויף רוסיש און ייִדיש. די אינספּיראַציע פֿון דער רעקאָרדירונג האָט געשטאַמט פֿון אַ פּלאַטע פֿון רוסישע לידער פֿון דער זינגערין דינה וויערני, צו וועלכער ווײַספֿעלד פֿלעג זיך צוהערן ווי אַ קינד. אין די 1960ער יאָרן איז וויערני געפֿאָרן צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זיך דאָרטן אויסגעלערנט די לידער וואָס די פֿאַרשיקטע קיין סיביר און גולאַגן פֿון די 1930ער ביז 1950ער יאָרן האָבן געשאַפֿן און געזונגען. אין 2010 ווען פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד האָבן אָפּגעמערקט די געשיכטע צווישן די צוויי לענדער מיט פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, האָט נעמי ווידער זיך צוגעהערט צו דער רעקאָרדירונג פֿון אירע קינדעריאָרן און מיט דער דערלויבעניש פֿון דינהס צוויי זין, אָנגעהויבן צו זינגען די רוסישע לידער פֿון גולאַג.

אינעם קאָמפּאַקטל „קאַלימאַ" האָט מען אַרײַנגענומען סײַ די רוסישע לידער, סײַ לידער אויף ייִדיש, וואָס ווײַספֿעלד האַלט דריקן אויס די זעלבע געפֿילן פֿון בענקעניש און טרויער, אָבער אויך די געפֿילן פֿון אינערלעכער פֿרײַהייט און האָפֿענונג. די ייִדישע לידער „בעלץ" „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער" און „זאָג מאַראַן", כאָטש גוט באַקאַנט דער ייִדיש־וועלט, טײַטשט אויס ווײַספֿעלד מיט אַן ערנצטקייט און דראַמאַטישקייט, וואָס מע הערט זעלטן אין דער הײַנטיקער קלעזמערוועלט. מיטן קלאַרנעטיסט דוד קראַקאַוער האָט „בליק" רעקאָרדירט דאָס ליד „שנירעלע פּערעלע" און דאָס איז אַ הויכפּונקט פֿון „קאַלימאַ".

אינעם קומעדיקן קאָמפּאַקטל, דאָס צווייטע אין דער סעריע פֿון דרײַ, וועט ווײַספֿעלד זינגען לידער סײַ פֿון דער פּאָרטוגעזישער „פֿאַדאָ"־טראַדיציע, סײַ אויף ייִדיש. „פּונקט ווי די רוסישע גולאַג־לידער האָבן מיך גערירט, האָבן מיך אויך גערירט די 'פֿאַדאָ'־לידער." דערציילט זי. יצחק ניבאָרסקי וועט עטלעכע פֿון די „פֿאַדאָ"־לידער איבערזעצן אויף ייִדיש, בפֿרט די לידער פֿונעם רעפּערטואַר פֿון דער זינגערין אַמאַליאַ ראָדריגעס. דאָס דריטע קאָמפּאַקטל וועט זיך פֿאַרנעמען מיט די אַמעריקאַנער „בלוס", און ווײַספֿעלד באַטראַכט זיך אַליין, אין אַ געוויסן זינען, ווי אַ „בלוס"־זינגערין פֿון לידער פֿון דער גאַנצער וועלט.

צו זען אַ ווידעאָ פֿון נעמי ווײַספֿעלד און "בליק", גיט אַ קוועטש דאָ: http://www.youtube.com/watch?v=8oDrc3c345k