ייִוואָ־לעקציע פֿון ד"ר משה שטײַנלויף: פּרץ אין אַ צײַט פֿון רעוואָלוציע

Jan 24, 2014

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Prof. Michael Steinlauf of Gratz College will speak on I. L. Peretz and the revolution of 1905 at YIVO in Yiddish on Thursday, 7:00 PM, February 6th. The 1905 revolution motivated the great Yiddish writer to participate in new cultural, artistic and political arenas until his death in 1915. Itzik Gottesman spoke with Dr. Steinlauf on the subject of his talk.

משה שטײַנלויף Photo: Yiddish Book Center משה שטײַנלויף
Photo: Yiddish Book Center

דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 7:00 אין אָוונט, וועט ד"ר משה־שײַע שטײַנלויף, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע בײַם „גרעץ־אוניווערסיטעט" אין פּענסילווייניע, רעפֿערירן בײַם ייִוואָ וועגן  „פּרץ אין אַ צײַט פֿון רעוואָלוציע". ד"ר שטײַנלויף פֿירט אָן מיט דער „חורבן־ און גענאָציד־שטודיעס־פּראָגראַם" און איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען פֿון די פּוילישע ייִדן אינעם 20סטן יאָרהונדערט, און בפֿרט פֿונעם ייִדישן לעבן אין וואַרשע, סײַ מכּוח דעם פּאָליטישן, סײַ דעם קולטורעלן לעבן.

ד"ר שטײַנלויף אַליין האַט וואַרשעווער ייִחוס. זײַן משפּחה שטאַמט פֿון דור־דורות גערער חסידים אין דער שטאָט, וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויס אײַזנוואַרג־געשעפֿט און געווען פֿון די אַנטוויקלערס פֿון ייִדישן מסחר אין וואַרשע. זייערע קבֿרים שטייען נאָך אויפֿן וואַרשעווער בית־עולם.

י. ל. פּרץ (1852 — 1915) האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין דער וואַרשעווער געזעלשאַפֿט נישט נאָר צוליב זײַן שרײַבן; ער האָט געפֿירט אַ קאַמף אויף עטלעכע פֿראָנטן פֿון דער ייִדישער פּאָליטיק און קולטור. בײַ דער לעקציע וועט שטײַנלויף באַטראַכטן דעם לעצטן יאָרצענדלינג פֿון זײַן לעבן, אָנהייבנדיק מיט דער רעוואָלוציע פֿון 1905; אַ געשעעניש וואָס האָט גורם געווען וויכטיקע בײַטן אינעם ייִדישן לעבן פֿון מיזרח־אייראָפּע.

„מע האָט נאָך נישט געשריבן קיין לײַטישע שטודיע פֿון פּרצן, אַ מאָנאָגראַפֿיע, ווי סע קומט אים" האָט אונדז דערציילט ד"ר שטײַנלויף.
„מע לייענט ווייניק וועגן פּרץ ווי אַן אידעאָלאָגישער טעאָרעטיקער, אָבער וואָס שייך דער אידעאָלאָגיע גלות־נאַציאָנאַליזם איז ער געווען פֿון די וויכטיקסטע דענקער."

„זײַן באַציִונג איז געווען: מיר זענען איצט אין גלות, אין וואַרשע. זאָלן די וואָס ווילן פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע, פֿאָרן געזונטערהייט, אָבער די מאַסן און די אינטעליגענץ בלײַבן, דאַרף מע זיך פֿאַרטיפֿן אין די הײַנטיקע פּראָבלעמען פֿון דאַנען", באַטאָנט שטײַנלויף. צו דער אידעאָלאָגיע פֿון „דאָיִקייט" האָט פּרץ זיך אין גאַצן איבערגעגעבן אָבער ער האָט זיך, פֿון דעסטוועגן, געהאַלטן פֿון דער ווײַטנס וואָס שייך פּאַרטייען. די ציוניסטן און בונדיסטן האָבן גערעדט וועגן אַ גליקלעכער וועלט אין דער צוקונפֿט, אָבער פּרץ האָט געהאַט ספֿקות וועגן דעם מאָרגן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין פּוילן.

 זײַן צוגאַנג איז תּמיד געווען — לאָמיר אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור אין גלות — אַ קולטור אויף ייִדיש. ווער ווייסט וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען, צי מע וועט זײַן מצליח? אָבער מע דאַרף שטרעבן אויף עפּעס העכערס און בעסערס. „פֿאַר פּרץ האָט די ייִדישע קולטור געדאַרפֿט האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיטן עבֿר, אָבער ער האָט איבערגעמאכט ייִדישע טראַדיציעס אין אַ וועלטלעכן קאָנטעקסט," זאָגט ד"ר שטײַנלויף.

אין דער צײַט פֿון דער רעוואָלוציע פֿון 1905 איז פּרץ געגאַנגען פֿון איין זיצונג אויף אַ צווייטער, און זיי באַשריבן אין זײַנע אַרטיקלען. אָפֿט האָט ער אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון אַחדות בײַ ייִדן. פֿון דענצמאָלט אָן, ביז זײַן טויט אין 1915, איז ער געוואָרן מער פּאָליטיש אַקטיוו און האָט זיך אַפֿילו באַטייליקט אין אַ פּאָליטישער קאַמפּאַניע אין 1905 ־ 1906.

נאָך דער 1905 רעוואָלוציע איז פֿאַרשוואַכט געוואָרן די פּאָליטישע רעפּרעסיע, האָט די ייִדישע קולטור אין פּוילן אויפֿגעבליט. די צענזור פֿון דער פּרעסע איז פֿאַרשוווּנדן; מע האָט באַקומען דערלויבעניש אַרויסצוגעבן אַ טאָגצײַטונג אויף ייִדיש. דעם ייִדישן טעאַטער האָט מען נאָך אַ מאָל געלאָזט שפּילן.

„פּרץ האָט אויסגעניצט די געלעגנהייט פֿון דער נײַ־באַקומענער פֿרײַהײט פּונקט ווען ער איז געווען אין דער שאַפֿערישסטער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן. ער האָט געקעמפֿט קעגן שונד, און פֿאַר אַ בעסערן ייִדישן טעאַטער. די גאַנצע צײַט האָט פּרץ אין זינען געהאַט די גרויסע שׂונה פֿון די ייִדן — אַסימילאַציע — און האָט געזוכט אַ וועג מע זאָל נישט אָפּגעפֿירט ווערן פֿון ייִדישקייט אין דער מאָדענרער צײַט.

נאָכן רעפֿעראַט פֿון ד"ר שטײַנלויף וועט ד"ר עדי פּאָרטנוי מיט אים פֿירן אַ שמועס.