די צוויי וועלטן פֿון געבירטיג און פֿאָקס־ראָזען

Jan 17, 2014

פֿון איציק גאָטעסמאַן

בענדזשי פֿאָקס־ראָזען Photo: Jim Shirey בענדזשי פֿאָקס־ראָזען
Photo: Jim Shirey

New musical settings to the texts of Yiddish songwriter Mordechai Gebirtig (1877 - 1942) were created by Benjy Fox־Rosen and presented at a YIVO concert on January 15, 2014. The event was also a CD release of these compositions entitled "Two Worlds/Tsvey Veltn" (Golden Horn Records). Itzik Gottesman reviews the concert and  the CD.

מיטוואָך, דעם 15טן יאַנואַר 2014, האָט דער ייִוואָ פֿאָרגעשטעלט אַ זעלטענעם קאָנצערט פֿונעם מוזיקער בענדזשי פֿאָקס־ראָזען און זײַן גרופּע. ווי אַ טייל פֿון דער „ייִוואָ־באַרד־ווינטער־פּראָגראַם" האָט מען געפּראַוועט דעם אַרויסלאָז פֿון אַ נײַ קאָמפּאַקטל — „צוויי וועלטן: די פּאָעזיע פֿון מרדכי געבירטיג."

„צוויי וועלטן" באַשטייט פֿון דרײַצן געבירטיג־לידער צו דער מוזיק פֿון פֿאָקס־ראָזען. די קאַפּעליע וואָס האָט געשפּילט אויף דער אונטערנעמונג און אויף דער רעקאָרדירונג נעמט אַרײַן עטלעכע פֿון די בעסטע קלעזמאָרים הײַנט אין ניו־יאָרק, צווישן זיי דער קלאַרנעטיסט מײַקל ווינאָגראַד, דער אַקאָרדיאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל און דער גיטאַר־שפּילער אַבֿי פֿאָקס־ראָזען. בלויז דער פּײַקלער בײַם קאָנצערט, דזשייסאָן נאַזאַרי, האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער רעקאָרדירונג, אויף וועלכער דער פּײַקלער טײַשאָן סאָרי האָט געשפּילט. בענדזשי פֿאָקס־ראָזען האָט געזונגען און געשפּילט באַס.

Two Worlds/Tsvey Veltn: Benjy Fox-Rosenמיט די לידער פֿון מרדכי געבירטיג (1877 — 1942) האָט פֿאָקס־ראָזען זיך צו ערשט באַקענט אַ דאַנק זײַן באָבען, שׂרה ראָזען, וועלכע האָט אים געזונגען געבירטיגס לידער ווען ער האָט נאָך נישט געקענט קיין ייִדיש און בכלל ווייניק געוווּסט פֿון דער ייִדישער קולטור. במשך פֿון די לעצטע יאָרן, נאָך דעם ווי ער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש און אָנגעהויבן צו שפּילן קלעזמער־מוזיק האָט ער זיך אומגעקערט צו געבירטיג און זײַנע שאַפֿונגען, ספּעציעל צו זײַנע לידער וואָס האָבן זיך געראַטעוועט נאָכן חורבן, געשריבן אין העפֿטן אָבער אָן קיין שום מעלאָדיעס.

האָט פֿאָקס־ראָזען זיך אונטערגענומען צו שאַפֿן אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די לידער, ס'רובֿ געשריבן בעת דער מלחמה. ער איז נישט דער ערשטער קאָמפּאָזיטאָר צו ווערן אינספּירירט פֿון די דאָזיקע לידער. מאַנפרעד לעם פון דײַטשלאַנד האָט מיט מער ווי צוואַנציק יאָר קריק  אַרויסגעלאָזט אַ באַנד געבירטיג־לידער מיט לעמס מוזיק. אָבער מיר דאַכט, אַז קיין שום מוזיקער האָט נישט געהאַט אַזאַ אַוואַנגאַרדישן צוגאַנג צו די לידער ווי פֿאָקס־ראָזען, וועלכער האָט בײַ דעם קאָנצערט זיי פֿאָרגעשטעלט ווי אַ לידער־ציקל, מיט אַ סך „אָרט" פֿאַר פֿרײַע אימפּראָוויזאַציע פֿון די קלעזמאָרים אין דער גרופּע. קיין פֿאָלקישע לידער אינעם סטיל פֿון געבירטיג קען מען בלויז הערן ערטערווײַז אין „צוויי וועלטן".

געבירטיג איז באַקאַנט פֿאַר זײַן הומאָר, פֿאַר זײַן נאָסטאַלגיע, פֿאַר זײַנע סימפּאַטיעס צום ייִדישן אַרבעטער, אָבער אין די לידער הערט מען ביטערקייט און פּעסימיזם, און פֿאָקס־ראָזענס מוזיק שפּיגלט אָפּ די טונקעלע שטימונג פֿונעם מחבר. צו מאָל קען מען נאָך פֿילן געבירטיגס צינישן הומאָר, אָבער מער אָפֿט פֿילט מען, אַז דער קראָקעווער פּאָעט האָט זײַן בטחון אין גאַנצן פֿאַרלוירן ווי אינעם ליד „אַ מבול שיק" —

אַ מבול שיק! פֿאַרפֿלייץ די וועלט!

די מענטשן, דײַנע קינדער!

דען ס'פֿליסט אין זיי נאָר קינס בלוט,

רשעים! לויטער זינדער!

און אויך די תּבֿע בוי נישט אויף,

אומזיסט נאָר מי און כּוח!

ווײַל פּוסט און לער וועט זי דאָ שטיין

און בענקען נאָך איר נוח.

וואָס זענען די צוויי וועלטן? אין דער דיסקוסיע נאָכן קאָנצערט מיט דער מוזיקאָלאָגין ד"ר אַמאַנדאַ שערבענסק און קאָמפּאָזיטאָר דזשאַש וואַלעצקי האָט פֿאָקס־ראָזען פֿירגעלייגט, אַז די צוויי וועלטן קענען זײַן די הומאָריסטישע און פֿאַרביטערטע זײַטן פֿון געבירטיג, אָדער איין וועלט קען זײַן די ייִדישע קראָקע, וווּ געבירטיג האָט געלעבט און געשאַפֿן, און די צווייטע וועלט — דער ייִדישער ברוקלין וווּ פֿאָקס־ראָזען לעבט און שאַפֿט.

אינעם ליד וואָס הייסט „צוויי וועלטן" האָט געבירטיג אויסגעדריקט די הילפֿלאָזיקייט פֿונעם ייִד אין יענער טראַגישער תּקופֿה.

האָסט צוויי וועלטן, נאָר אויף ביידע

איז פֿאַר דיר נישטאָ קיין פֿריידע.

דאָ איז דיר קיין גוטס באַשערט,

דאָרט ביסטו קיין גוטס נישט ווערט.

להיפּוך צו געבירטיגס סטיל בײַט פֿאָקס־ראָזען אָפֿט דעם ריטעם אין מיטן פֿון אַ ליד און די מוזיקער שפּילן מיט דיסאָנאַנץ, וואָס וואַרפֿט אַ פּחד אויפֿן צוהערער, און דערמאָנט אים, אַז שלעכטע צײַטן זענען אָנגעקומען פֿאַר די ייִדן און געבירטיג בתוכם.