ייִדיש־נײַעס פֿון דער אַקאַדעמישער וועלטYiddish News from the Academic World

Dec 20, 2013

פֿון איציק גאָטעסמאַן

The field of Yiddish studies was well represented at the annual Association for Jewish Studies conference in Boston, Dec. 15 - 17, 2013. Yiddish literature in particular has attracted many scholars around the world. (First of a two-part report)

יעדעס יאָר טרעפֿט זיך די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע שטודיעס" (Association for Jewish Studies) אין מיטן דעצעמבער, און געוויינטלעך, קומט מען זיך צונויף אין באָסטאָן. הונדערטער פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן האַלטן רעפֿעראַטן אויף די טעמעס פֿון זייער פֿאָרשונג, און די צאָל מענטשן, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאָרשונגען וועגן ייִדיש איז אַ ממשותדיקע, בפֿרט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור.

אין איין סעסיע מכּוח די ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע שרײַבערס, האָבן דרײַ לעקטאָרן באַהאַנדלט זייערע פֿאָרשונגען פֿון דרײַ מחברים — איציק מאַנגער, יעקבֿ אַבראַמאָוויטש (מענדעלע מוכר־ספֿרים) און שלום ראַבינאָוויטש (שלום־עליכם). פּראָפֿ׳ מאַריאָן אַפּטרוט האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ.

Itsik Manger (From the Archives of the YIVO Institute for Jewish Research) Itsik Manger (From the Archives of the YIVO Institute for Jewish Research)

די פֿאָרשערין פֿון מאַנגערס ביאָגראַפֿיע, פּראָפֿ' אפֿרט גל־עד פֿון „הײַנריך הײַנע־אוניווערסיטעט" אין דיסלדאָרף, דײַטשלאַנד, באַטראַכט מאַנגער סײַ ווי אַ שרײַבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, סײַ ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ מינאָריטעטן־גרופּע אין דער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור צווישן די וועלט־מלחמות. כּדי צו פֿאַרשטיין מאַנגערס וואַנדערונגען אין זײַן לעבן האָט זי גענישטערט מאַטעריאַלן אין די אַרכיוון און ביבליאָטעקן פֿון טשערנעוויץ, פּאַריז, לאָנדאָן, ניו־יאָרק, ירושלים און אַנדערע ערטער. איר בוך וועט זײַן די ערשטע קריטישע ביאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט מאַנגער און וועט אין גיכן אַרויס אין דײַטשלאַנד אין אַ נאָוואַטאָרישער פֿאָרעם — אויסגעשטעלט ווי אַ בלאַט גמרא, מיט טעקסטן און באַמרעקונגען אויף די ראַנדן.

Mendele Moykher-Sforim (From the Archives of the YIVO Institute for Jewish Research) Mendele Moykher-Sforim (From the Archives of the YIVO Institute for Jewish Research)

ד״ר סוזאַן קלינגענשטיין (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט) האָט שוין פֿריִער מחבר געווען צוויי ביאָגראַפֿעס פֿון ייִדישע פּערזענלעכקייטן, אָבער איר אַרבעט וועגן יעקבֿ אַבראַמאָוויטש איז איר ערשטע וועגן אַ שרײַבער אויף ייִדיש. וואָס מער קלינגענשטיין האָט געלייענט וועגן מענדעלעס לעבן האָט זי אויסגעפֿונען, אַז זײַן כאַראַקטער איז איר נישט געווען צום האַרצן, אָבער ווי אַ שרײַבער, האַלט זי ווי אַנדערע, אַז די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור הייבט זיך אָן מיט מענדעלעס ווערק. ער איז געווען דער ערשטער שרײַבער „וואָס האָט געשאַפֿן אַ וועלט פֿון אַ גערעדטן ייִדיש" האָט זי געזאָגט.

ווי גל־עד איז אויך קלינגענשטיין אַרומגעפֿאָרן כּדי אויסצוגעפֿינען וועגן זײַן לעבן און זיך גוט באַקאַנט מיט דער שטאָט אַדעס וווּ מענדעלע האָט געוווינט אין אַן אָרעם שטיבל אינעם 19טן יאָרהונדערט. זי האָט אַרויסגעהויבן די פּראָבלעמען פֿון אַרויסגעבן אַזאַ ביאָגראַפֿיע אין דײַטשלאַנד פֿאַר אַ דײַטשן עולם וואָס ווייסט נישט וועגן ייִדיש און דער ייִדישער ליטעראַטור.

Sholem Aleichem (From the Archives of the YIVO Institute for Jewish Research) Sholem Aleichem (From the Archives of the YIVO Institute for Jewish Research)

פּראָפֿ׳ אָלגאַ ליטוואַק (קלאַרק־אוניווערסיטעט), וועלכע שרײַבט וועגן דעם ווערק און לעבן פֿון שלום־עליכמען, האָט אַרומגערעדט די פּראָבלעמען פֿונעם פֿאָרשער בײַם פֿעסטשעלן וואָס איז אמת און וואָס נישט אין די פֿאַראַנענע מאַטעריאַלן. זי האָט פֿאַרגליכן די ביאָגראַפֿיע פֿון סאַמועל דזשאָנסאָן געשריבן פֿון טשאַרלס באָסוועל אין 1791 מיט די ביאָגראַפֿיע פֿון שלום־עליכמען געשריבן פֿון זײַן איידעם י. ד. בערקאָוויטש.

ד״ר ליטוואַק האָט באַטאָנט, אַז מע קען האָבן ספֿקות וועגן אַ סך פּרטים אין בערקאָוויטשעס ביאָגראַפֿיע. בכלל, האַלט זי, אַז דער לייענער פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע באַמערקט גאָר נישט קיין אַנטוויקלונג, סײַ אין שלום־עליכמס ליטעראַרישן וועג, סײַ אין זײַן פּערזענלעכקייט. אין דער אמתן האָט ער בלויז געקענט שלום־עליכמען די לעצטע יאָר פֿון זײַן לעבן און מע פֿילט אויך אַ קאָנקורענץ צווישן די צוויי שרײַבער אין דער ביאָגראַפֿיע. ליטוואַק האַלט, אַז בערקאָוויטשעס טראָפּ אויף שלום־עליכם ווי אַ שרײַבער פֿון פּשטות שטיצט דעם טאַלאַנט פֿון בערקאָוויטש, נישט פֿון דעם קלאַסיקער.

ווי מע זעט איז דאָס אָנשרײַבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן שרײַבער גאָר נישט קיין לײַכטע אונטערנעמונג, אָבער די דרײַ לעקטאָרן האָבן געמאַכט דעם רושם, אַז זיי נעמען זיך צו דער אַרבעט מיט דער ריכטיקער אינטעלעקטועלער „צדה־לדרך".