ייִדיש־נײַעס פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט - 2טער טיילYiddish News from the Academic World - Part 2

Jan 3, 2014

פֿון איציק גאָטעסמאַן

At the Association of Jewish Studies meeting in Boston, December 2013, Yiddish was part of the research of other disciplines beside literature. Professors and students from the fields of anthropology, linguistics and history also spoke on the subject. Itzik Gottesman writes on the newest research in his second of a two part series.

אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע שטודיעס" אין באָסטאָן, דעצעמבער 2013, האָבן די פּראָפֿעסאָרן און גראַדויִר־סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע פֿעלדער, נישט בלויז פֿון ליטעראַטור־קריטיק, אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו ייִדיש און צו דער ייִדישער קולטור-געשיכטע.

אויף איין סעסיע פֿון פּויליש־ייִדישע היסטאָריקער האָט יהושע קאַרליפּ (ישיבֿה־אוניווערסיטעט) גערעדט וועגן דער שטרעבונג פֿון י. ל. פּרץ צונויפֿצוברענגען די ייִדישע און פּוילישע נאַציאָנאַליסטן אינעם ערשטן יאָרצענדלינג פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז געווען אַ שווערע עובֿדה, ווײַל אַ סך פּוילישע אינטעלעקטואַלן האָבן נישט געהאַט קיין צוטרוי צום ייִדישן נאַציאָנאַליזם, האָט פּרץ אָנגעשריבן אַ סעריע עסייען אויף דער טעמע.

אויף אַן אינטערעסאַנטער סעסיע מיט דרײַ יונגע ליטעראַטור־פֿאָרשער האָט אַנאַ עלענאַ טאָרעס (בערקלי־אוניווערסיטעט) געפֿרעגט, פֿאַר וואָס זענען אַזוי פֿיל ייִדן געליימט, בלינד, אָדער טויב אין שלום־עליכמס „אַלט־נײַ כּתרילעווקע"?  ווי אַזוי ניצט שלום־עליכם די דאָזיקע מומים פֿאַר זײַן געזעלשאַפֿטלעכער קריטיק? איין אויספֿיר — די מענטשן דריקן אויס אַ פּראָטעסט און אויך ספֿקות לגבי דער מאָדערניטעט.

מיטל אור (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט) האָט באַטראַכט דעם קלאַסיקער מענדעלע־מוכר־ספֿרים ווי אַ ראָמאַנטיקער און האָט אים פֿאַרגליכן צו די רוסישע שרײַבער פֿון זײַן צײַט, צווישן זיי דאָסטויעקווסקי. זי האָט געטעהט, אַז געוויסע עלעמענטן אין זײַן ווערק, ווי דער טראָפּ אויף שדים, זענען אויך אַספּעקטן פֿון דער ראַמאַנטישער ליטעראַטור.

אויף דער זעלביקער סעסיע האָט מרים יודעל (עמאָרי־אוניווערסיטעט) געלייענט פֿון איר כּתבֿ־יד וועגן דער פּיקאַרעסק־ליטעראַטור אויף ייִדיש. דער העלד פֿונעם פּיקאַרעסק, אַ מאַרגינאַלע פֿיגור אין דער געזעלשפֿאט, וואַנדערט פֿון אָרט צו אָרט, בלײַבט נישט שטיין אויף קיין איין אָרט. שלום־עליכמס מאָטל־פּייסי און מנחם־מענדל פּאַסן זיך אַרײַן אין דעם זשאַנער, און נישט געקוקט אויף אַלע זייערע איבערלעבונגען ווערן זיי נישט קליגער — אַפֿילו נישט עלטער, און בלײַבן קינדער.

עדי מהלאל (קאָלומביע־אוניווערסיטעט) האָט גערעדט וועגן דער סאָציאַליסטישער פּאָעזיע פֿון י. ל. פּרץ, בפֿרט די לידער וואָס זענען דעדרוקט געוואָרן אין פּרצעס „יום־טובֿ־בלעטער". מהלהל האַלט, אַז די לידער זענען אַנדערש פֿון אַנדערע סאָציאַליסטישע לידער אויף ייִדיש, און האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף פּרצעס צוגאַנג צו דער אַרבעטנדיקער פֿרוי.

אין אַן אַנדער ליטעראַטור־סעסיע האָט אלי ראָזענבלאַט (בערקלי־אוניווערסיטעט) פֿאַרגליכן א. מ. דיקס איבערזעצונג פֿונעם קלאַסישן ראָמאַן וועגן שקלאַפֿערײַ „אָנקל טאַמס קאַבין" צום אָריגינעלן טעקסט און געפֿונען וווּ דיק האָט פֿאַרייִדישט די מעשׂה, און קלאָרע סימנים אין אַדנערע ערטער, וווּ דיק האָט נישט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען דעם חילוק צווישן דער אַמעריקאַנער שקלאַפֿערײַ־סיסטעם און דער רוסישער לײַבקנעכטשאַפֿט.

עלי קעלמאַן (בראַנדײַס־אוניווערסיטעט), אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער פּרעסע, האָט געגעבן אַן איבערבליק פֿון אַב קאַהאַנס קריטיק אויף די ווערק פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס" האָט כּסדר אַראָפּגעריסן אָפּאַטאָשוס דערציילונגען און ראָמאַנען, נישט געקוקט אויף דער לויב וואָס אַנדערע האָבן געשריבן.

איתּי זוטראַ (מאַניטאָבער אוניווערסיטעט) האָט מסביר געווען איין ליד פֿון דער פּאָעטעסע אַנאַ מאַרגאָלין: „מײַן שטאַם רעדט". אין דעם ליד שרײַבט זי וועגן דרײַ דורות ייִדן און הייבט אַרויס דעם מצבֿ פֿון דער מאָדערניסטישער, אומצופֿרידענער ייִדישער פֿרוי.

זעלדע ניומאַן (לעהמאַן־קאָלעדזש) האָט באַהאַנדלט אַן אינטערעסאַנטן ביאָגראַפֿרישן ענין וואָס שייך דער פּאָעטעסע קאַדיע מאָלאָדאָווסקי: פֿאַר וואָס האָט זי פֿאַרלאָזט ישׂראל אין די 1950ער יאָרן און געקומען קיין אַמעריקע? ניומאַן האָט דערציילט וועגן דעם שווערן לעבן פֿון דער דיכטערין אין דער נײַער מדינה; דערצו זענען געווען פּאָליטישע קאָמפּליקאַציעס פֿאַרבונדן מיט איר לינקער שוועסטער אין אַמעריקע.

אויף אַן אַנדער סעסיע האָט יהושע פֿרידמאַן, (מישיגינער אוניווערסיטעט), אַ דאָקטאָראַנט אין אַנטראָפּאָלאָגיע, רעפֿערירט וועגן דער השׂגה „ייִדישלאַנד" און די פֿאַרשיידענע קהילות וואָס זענען אַ טייל פֿון אים, צווישן זיי „ייִדיש־פֿאַרם" און „דער ייִדישע ביכער־צענטער" אין אַמהערסט.

מע קען נישט דערמאָנען אַלע סעסיעס אויף דער קאָנפֿערעץ וווּ ייִדיש איז דערמאָנט געוואָרן, אָבער זיכער האָט די גרויסע פֿאַרזאַמלונג פֿון ייִדישע אַקאַדעמיקער געמאַכט דעם רושם, אַז אַ באַדײַטנדיקע צאָל פֿאָרשער, סײַ סטודענטן, סײַ פּראָפֿעסאָרן, איבער אַמעריקע און דער ברייטער וועלט פֿאָרשן וויכטיקע אַספּעקטן פֿון דער ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע.