י.־ל. פּרץ אין אַ צײַט פֿון רעוואָלוציע
Thursday Feb 6, 2014 7:00pm
די לעקציע וועט אָנצייכענען פּרצעס טאָג־טעגלעכע רעאַקציעס און זײַן אידעיִשע אַנטוויקלונג בשעת ס'האָט געפֿלאַקערט די רעוואָלוציע פֿון 1905־1906 אין וואַרשע, די קולטורעלע קרוינשטאָט פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער וועלט. אין יענע יאָרן האָבן זיך דער נאַציאָנאַליזם און דער סאָציאַליזם, שוין נישט דאָס אייגנס בלויז פֿון קליינע אינטעליגענטישע קרײַזן, אַ לאָז אַרויס געטאָן אין די גאַסן און געוואָרן מאַסן־באַוועגונגען. צוגעצויגן צו די נײַע אידעאָלאָגיעס, אָבער איינצײַטיק מיט אַ חשש אויף זיי, האָט פּרץ אָנגעהויבן פֿאָרמולירן אַ תּשובֿה אַן אײַנגעוואָרצלטע אינעם אמתדיקן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע. ס'איז געווען אַ תּשובֿה וואָס האָט אַרויסגעברענגט סײַ דעם נחת, סײַ די סכּנה פֿונעם פּרוּװ צו בויען אַ מאָדערנער ייִדישער קולטור אין גלות.